Regional Bikur CholimA Healing Hand

Help your friend help us

Total Raised
$
163,342
Chaim’s Goal
$
150,000

Chaim Tager

טייערע ידידים ובני משפחה.

אלס אויסדרוק פון שבח והודאה להשי"ת שהחיינו והגיענו לזמן הזה, אויף דעם וואס איך האב ב"ה זוכה געווען זיך אריינצוציען אין מיין נייע דירה בשעטו"מ, שפיר איך פאר א זכי' צו אויסניצן די פריידיגע געלעגנהייט פאר א דבר מצוה מאוד וואס איז קרוב לנפשי.

אזוי ווי איך בין נאנט באקאנט מיט'ן הייליגן מוסד "ביקור חולים קרית יואל", וואס איז אקטיוו סיי אין קרית יואל ווי אויך אין אנדערע געגענטער אונטער'ן נאמען Regional Bikur Cholim, צושטעלדניג פארשידענע לעבנס-וויכטיגע סערוויסעס צו ברענגען געזונט און שטארקייט פאר חולי ישראל און משפחות אין שווערע זמנים, וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן פון דער נאנט עטליכע פעלער.

דערפאר האב איך זיך אונטערגענומען צו פארשאפן א גרויסן סכום צו קענען ספאנסערן די הוצאות אויף איין גאנצע חודש פון דעם לעבנסוויכטיגן מוסד, ביז צום חנוכת הבית וואס איך האף בעז"ה צו אפרעכטן ברוב פאר והדר אין די קומענדיגע וואכן מיט אלע מיינע שותפים לדבר מצוה.

צו ווערן א שותף אין דעם הייליגן אונטערנעמונג, געב דא איבער דיין ברייטהארציגע נדבה אין די וועב-סייד.

אין זכות פון משלב זיין די שמחת חנוכת הבית אינאיינעם מיט די גרויסע מצוה צו העלפן אויפרעכטן פילע בתים בישראל, זאל השי"ת העלפן אז אונזערע שטיבער זאלן געבענטשט ווערן מיט געזונט, פרנסה, נחת מיט אלעם גוטן.

מיט דאנק פאר דיין ווארימע שותפות
חיים טאגער